Yoel Simcha Halpert

קידושין - דף סה. - משנה עד דף עד. - משנה

My Goal £1,250

Amount Raised £1,370

109%

A Message From:

Yoel Simcha Halpert

פארגאנגענעם יאר ז' תמוז שבת קודש נאכמיטאג עטליכע מינוט נאך דריי האט זיך מיין גאנצע לעבן געטוישט...

ווערנדיג בא'טיטול'ט מיט א פרישן ערשט-מאליגן טיטול מיטן נאמען: "טאטע"! ווען ס'מיר געבוירן געווארן בחסדי ה' א לעכטיגע זיסע מיידל בעבי קע"ה.

די פרייד און די שמחה פון יענע געהויבענע מאמענטן איז אוממעגליך צו באשרייבן, און איך פרוביר צו דאנקן השי"ת טאג טעגליך אויף די אומשאצבארע מתנה, אבער אין די זעלבע צייט שפיר איך פאר א פליכט און א חוב צו טוהן עפעס למעשה פאר מיינע טייערע חברים, ידידים, גוטע פריינט און אידישע ברודער וואס לעכצן און ווארטן נאך פאר א ישועה.

לכן האב איך זיך אונטערגענומען  צוזאמצושטעלן לכה"פ £1,250 פאר די ברייטבאקאנטע חשוב'ע ארגאניזאציע "עי-טיים", אינאיינעם מיטן מקדיש זיין א טאג פון לימוד התורה לזכות פון די אלע פארפעלקער, אינערהאלב די 'ש"ס-א-טאן' פראגראם.

אלזא טייערע ידיד/קרוב/ליינער הי"ו צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ: מ'ברויך געלט...

איך וועל זיך זייער פרייען מיט יעדע נתינה אייערע וואס וועט מיר העלפן אויספירן מיין רצון מכח אל הפועל.

ס'איז זיכער אז אינעם זכות פון געבן מיט הארץ און געפיל פאר אידישע קינדער און אינעם זכות פון די לימוד התורה אין וואס איר האט א חלק (שותפות יששכר וזבולון...) וועט דער גרויסער דערבארימדיגער טאטע אין הימל אייך בענטשן מיט ערליכע לעכטיגע אידישע דורות מיט הויפענעס אידיש נחת, ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם וכל משאלות לבכם לטובה, שטענדיג קענען זיין פרייליך גליקליך און צופרידן און האבן פון אלעם גוטן תמיד, ביז מיר וועלן זוכה זיין אנטקעגן צו גיין משיח צדקינו במהרה בימינו באנפין נהירין אמן ואמן.

ווי עס וואונטשט פערזענליך פון טיעפן הארצן, מיט ענדלאזע דאנק ווערטער פאר אייער ברייטהארציגע נתינה וואס איר וועט בעז"ה איצטערט ביישטייערן:

יואל שמחה האלפערט

My Donors and Comments

22

Aug

£300.00

יוסף גולדבערג אשר מאנן משה פעלדמאן

 

בס"ד

לכבוד אונזער חשובע שוואגער הר"ר יואל שמחה שליט"א

(פזמון) געדענק דעם עיקר,

ווען די זיצט ביים גמרה דעם דיקער,

און דו האקסט שטיקער,

פון דו תורה וואס איז זיס ווי צוקער,

טו עס נישט פאר די זייטיגע צוקוקער.

 

לערן עס לשם שמים,

דער עיקר איז אידן צו דערפרייען,

און נישט פאר די מסיבת מרעים.

 

מיט א שמחת התורה זיך זעטן,

פון לערנען נישט גיין אויף קיין דיעטן.

 

פון די חיצוניות נישט כאפן קיין התפעלות

די תורה איז גרעסער פון אלעס.

 

וועו די זיצט ביים גמרא איינגעבויגן,

פון דיין אלע דיעות צוריקגעצויגן,

טראכט ווי אלעס איז נישט געשטויגן און געפלויגן,

 

האב נישט אינזין די פלאנקען,

און נישט די מאכלים און געטראנקען,

נאר די תורה וואס פון באשעפער געשאנקען.

 

(פזמון) געדענק דעם עיקר,

ווען די זיצט ביים גמרה דעם דיקער,

און דו האקסט שטיקער,

פון דו תורה וואס איז זיס ווי צוקער,

טו עס נישט פאר די זייטיגע צוקוקער.

 

מאת:

יוסף גולדבערג   אשר מאנן  משה פעלדמאן

20

Aug

£250.00

Anonymous

!א שמחת פורים און א שמחת תמיד צום ווידערזעהן נאך אסאך פורים'ס אי"ה

הצלחה און ברכה

Nature Friendly Health
+4420 7112  5200

21

Aug

£200.00

משפחת האלפערט

אסאך הצלחה

 

מריחוק מקום - פון ווייטענישן פון ארט

 

וקירוב הלב - זענען אונזערע הערצער שטענדיג דארט

26

Aug

£100.00

פנחס עזריאל מאנן

Wishing you Hatzlocho

24

Aug

£100.00

מנדל לייב קאהן

Thanks For doing such an amazing thing and dont forget for the chizik letters 

 

21

Aug

£72.00

ש. שטערן

ביזן יעצטיגע מאמענט איז אונזער שותפות בלויז געווען א גשמיתדיגע....יעצט זעמיר שוין שותפים ברוחנית  

24

Aug

£54.00

Chayim Friedman

Wishing you Hatzlocho

21

Aug

£54.00

מענדל לייב קאהן

ווען נישט דיינע חיזוק בריוון וואלט איך נישט געהאט די כוחות אויפצושטיין פארטאגס לערנען אין די ימי הנופש... אגב האף איך אז מיר וועלן קענען איבער חזר'ן די עמוד פון יסודי התורה יעדן טאג אויפן טעלעפאון

 

21

Aug

£50.00

דיין שוואגער אברהם חיים

לערן פלייסיג און האק א לעבן

 

21

Aug

£30.00

א 67 מתפלל

Wishing you Hatzlocho

21

Aug

£30.00

דיין "תורתך שעשועי" חברותא

זאלסט ווייטער קענען שטייגן און לערנען 

24

Aug

£20.00

M A Taub

א נאנטע ידיד וואס וויל אויך האבען א חלק אין די גרויסע מצוה 

20

Aug

£20.00

דיין שכן

דאס איז א נדבה  אלץ געטרייע שכן

26

Aug

£18.00

שמעון ישראל שטויבער

דער זכות זאל דיר ביישטיין

23

Aug

£18.00

אברהם חיים גראט

 

20

Aug

£18.00

Yossi Spielman

Wishing you Hatzlocho

20

Aug

£18.00

shmelka

הצלחה רבה וכט"ס.

19

Aug

£18.00

isreal goldenberg

Wishing you Hatzlocho